Ven Ikh Bin Rotshild: A Monolog Fun A Kasrilevker Melamed (excerpt) By Sholem Aleichem ווען איך בין ראָטשילד אַ מאָנאָלאָג פֿון אַ כּתרילעווקער מלמד ווען איך בין ראָטשילד, האָט זיך צעלאָזט אַ כּתרילעווקער מלמד איינמאָל אין אַ דאָנערשטיק, ווען די רביצין האָט בײַ אים געמאָנט אויף שבת און ער האָט ניט געהאַט - אוי, ווען איף זאָל זײַן ראָטשילד! טרעפֿט וואָס איך טו? איך פֿיר אײַן אַ מנהג אַז אַ ווײַב זאָל תּמיד האָבן בײַ זיך אַ דרײַערל, בכדי זי זאָל פאַרשפּראָרן דולן אַ ספּאָדיק אַַז סע קומט דער גוטער דאָנערשטיק און ס`איז ניטאָ אויף שבת... והשנית, קויף איך אויס די שבתדיקע קאַפּאָטע. אָדער ניין - דער ווײַבס קעצענעס בורנוס. לאָז זי אויפהערן פּיקן אין קאָפּ אַרײַן אַז ס`איז איר קאַלט. און קויפֿ אויס די דאָזיקע שטוב אינגאַנצן מיט אַלע דרײַ חדרים, מיטן קעלער, מיטן בוידעם, מיט הכּל-בכּל-מכּל פֿלעקל - לאָז זי ניט זאָגן אַז ס`איז איר ענג. נאַ דיר אַוועק צוויי חדרים, קאָך דיר, באַק דיר, וואַש דיר, בראָק דיר, און לאָז מיך צו רו, איך זאָל קענען קנעלן ניט מײַנע תּלמידים מיט אַ ריינעם קאפּ!